קלארשטעלונג; די מעסעדזשעס וואָס גייען ארויף אויף די אפטיילונג טוען נישט רעפרעזענטירן די מיינונג פון די מערכת. דאס איז א פובליק פארעם פאר כל הקהל הקודש זיך אדורכשמועסן, מיטטיילן געדאנקן, אין אבזערווירן אנטוויקלונגען וכד', שרייבט אין האט הנאה. אכטונג! די אפטיילונג איז א קאנקורענט פאר אייוועלט אין אידטיש... אויב שרייבט איר אנטי קול יוצאי לב טהור פראפעגאנדע נעמט אין אכט אז מיר וועלן דאס מעגליך צענזורירן ..

דעת הקהל

א פובליק שמועס־צענטער פאר פראגעס, געדאנקען, חיזוק הערות, אין פאר אלעם וואס איר זאגט צום מערכה.

ט׳ חשוון תשפ״ז · 7:47PM

מיסטעריעז

עס גייט ארום שמועות אז יואל יהושיע העשיל בלום האט ארויסגעגעבן א נייע ספר מיטן נאמען "קללת ארץ" איינער ווייסט וואס דעיס איז?

💬 0
י״ט תשרי תשפ״ז · 9:08PMיאנקל ח.

חול המועד תשפ"ז

ס'איז יעצט חול המועד איך מיין ס'איז א גוטע געדאנק די מערכת זאל ארויסקומען מיט עפעס ספעציעל... עפעס א גוטס לכבוד חול המועד פון די אנדערע זייט טראכט איך אפשר טאַקע לוינט זיך נישט יעצט אין די פרייליכע יום טוב טעג ארויסצולייגן נישט גוטע אפדעיטס. פון די אנדערע זייט איז נישטאָ קיין היתר זיך נישט אנצונעמען פאר צרות ישראל. זאל די אייבערשטער העלפן ס'זאל זיין 'גוטע' נייַעס צו מעלדן אך טוב וחסד!

💬 0
י״ט תשרי תשפ״ז · 8:56PMאנאנים

א שטאפל העכער

כ'וויל מיר באדאנקן צום מערכת פאר די מורא'דיגע געשמאקע אפציע צו באקומען א 'נאטיפיקאציע ' ווי נאר א נייע מעסעדזש גייט ארויף ס'איז עפעס וואס איז א געוואלדיגע זאך וואס ברענגט איך זאל גארנישט פארפאסן. כ'גלייב אז נאך אסאך האבן הנאה דערפון. ס'איז כדאי פאר די וועלכע האבן זיך נאכנישט אויפגעסיינט זאלן זיך אויפסיינען ס'איז זייער גרינג אין פשוט מ'דארף דרוקן די נאטאפאקאציע אייקאן ביים לינקע סייט אויבן אויפ'ן פראנט בלאט

💬 0
י״ז תשרי תשפ״ז · 8:30PM

אבינו אב הרחמן..

איך זיץ מיר אין מיין סוכה'לע.. אין טראכט אריין וואס טוט מען יעצט.. וואס איז די שאלה? די ערשטע רוף איך אריין קול יוצאי לב טהור האטליין. אה. א פרישע שטאך פילט אן מיין הארץ זעענדיג ווי מיין געזונדל פארברענגן איינגענעם אויפן פרישן שפיל איינגעקויפט לכבוד חול המועד. נאכ'ן פראווען א געהויבענע שבת אין יום טוב. אבער זיי. די קרבנות פון די רעזשים י.י.ה. בלום אין אברהם גרינהויט די באקאנטע בארבארן וועלכע האבן זיך מיט א אכזריות נוראות אינטערגענומען צו צוברעכן די שוואכע פרויען אינערהאלב איינע פון די קלענסטע קהלות. זייער קול. די קול פון די מאמע'ס וואס נעצן די קישן, זיי ווילן נאכאמאל זען זייערע קינדער. ווי קען מען דאס באשרייבן. איז עס דען מעגליך צו פארשטיין? מיט דעם אלעם מיין הארץ האלט דאס נישט אויס . טאַקע א פשוטע איד וואס זיצט זיך אין מיין סוכה'לע... אבער דאך. דאס הארץ רייסט צו הערן. אבער ליידער איז דאָס די ווירקליכקייט. א פרישע געשריי רייסט זיך ארויס פון מיין האַרץ. טאטע, אבינו אב הרחמן! זיי זיך שוין מרחם אויף די וועלכע זענען אין שאטן פון טעראר פיין אין אן די קינדער. ווייל א טאטע בלייבט א טאטע אין היט אויף זיינע קינדער. די ווייסט דאך יא וואס מיינט א טאטע. די ביסט אונזער אלעמענס טאטע נעם אונז שוין ארויס פון אלע אונזערע צרות. הרחמן הוא יקום לנו..

💬 0
ז׳ תשרי תשפ״ז · 3:07PM

פרנס המתגאה על הציבור...

כ'האב נאכגעהערט פון איינער וואס האט געטראפן דער א.ג. "עסקן למען הצלת ילדי לב טהור" י.י.ה. בלום ביי די חסדי חיים אפיס ווי ער האט געוואלט עפענען א אקאונט און ווען מען האט אים נישט געוואלט עפענען צוליב וואס דער ריזיגער עסקן וואס רירט זיך נישט אן קיין דעת תורה בהוראת הרבנים הנסתרים וואס זענען לכל הפחות 120 יאר אלט... האט פשוט נישט געקענט טרעפן א המלצה פון קיינע פון זיינע דעת תורה'ס צו עפענען א אקאונט האט ער זיך גענומען מאכן קולי קולות אויף דער ארבעטער דארטן ביז יענער האט זיך אונטערגעגעבן צום גבר אלם דאס זענען אונזערע עסקנים...

💬 1
ז׳ תשרי תשפ״ז · 3:26PM

כ'קען נישט אויפהערן צו לאכן.. ווען מקוקט די בילדער אין ווידעא'ס פון יואל יושע העשיל בלום זעט מען שוין איינמאל פון וועם מ'רעדט דא מענטשן מיינען אז יואל יושע העשיל בלום איז עפעס א דזשענטעל מען... וואס לויפט אויף פאדקעסטס אגאנצן טאג מעגליך האבן שוין מאנכע געמיינט אז ער גייט לויפן פאר פרעזידענטליכע עלעקשאנס 28'... אבער ווען מקוקט טיפער דארף מען נישט זיין צו קלוג צו זען אז מ'רעדט דא פון א חיה רעה אין צוווילדעוועטע אינג

ו׳ תשרי תשפ״ז · 8:39PM

בייפאל פון בלום!!!

די שוטה בלום האט געטענהט אז די מאמע קען שאדן מאכן זייער גאנצע ארבעט פון חדשים נאר מיט קוקן אויף איר קינדער די שופט האט געענפערט ביטע לערן מיך נישט אויס וואס איך דארף טון און דעריבער האט די שופט נישט מסכים געווען פאר קיינעם פון משפחה צו זיין סופערווייזער

💬 2
ו׳ תשרי תשפ״ז · 10:13PM

ווי באקאנט איז דאס די מהלך פון דער רשע בלום אז ער ווייסט אז צום סוף גייט ער פארלירן די קאורט קעיסעס און ער פראבירט נאר צו שלעפן ווי מער צייט און דערווייל העצן די קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערן רח"ל , אזוי אז ווען מען וועט שוין דארפן צוריקגעגעבן די קינדער צו די עלטערן זאלן די קינדער נישט ווילן צוריקגיין ח"ו וועגן דעם האט ער אזוי מורא און ער פראבירט אזוי צו באקעמפען מיט אלע כוחות אז די קאורט זאל נישט געבן וויזיטעישאן ווייל ער ווייסט אז מיט דעם גייט חרוב זיין גאנצע ארבעט פון חדשים און צום סוף וועלן די קינדער ממילא צוריקגיין...

כ״א חשוון תשפ״ז · 11:56PM

איך זע...

ה׳ תשרי תשפ״ז · 6:10PMנייעס

נייעס

עפעס נייעס איז דא איינער ווייסט וואס?

💬 4
ה׳ תשרי תשפ״ז · 8:00PM

מען האט געגעבן וויזיטעישאן פאר יואל וויינגארטן'ס ווייב פאר אירע קינדער

ו׳ תשרי תשפ״ז · 5:45AM
ריפליי צו דעם קאמענט

אלע קינדער? צוזאמען אדער עקסטער? איינע פון די בלומס גייען מיט האלטן די וויזיטס?

ו׳ תשרי תשפ״ז · 6:30AM
ריפליי צו דעם קאמענט

אלע 6 קינדער גייען אין"ה באקומען וויזיטעישאן מיט א סופער ווייזער איינמאל א וואך לכאורה אן איינער פון די בלומ'ס

ו׳ תשרי תשפ״ז · 7:42PM
ריפליי צו דעם קאמענט

כי נפל תפול! לאמיר איינרייסן פאר א גענצליכע מפלה!

ה׳ תשרי תשפ״ז · 2:30AMחיים יצחק זילבערשטיין

וויי געשריי

בת עמי לא תחשה ולא תשקוט בזעקה א דאנק פאר איי וואס טוען שוין אין ווער ס'טוט נישט מעג זיך שוין עפענען די אויגן. די שרעקליכע צרות יגון ואנחה וואס אנשי/יוצאי לב טהור מאכן מיט איז עפעס וואס טאר נישט דורכגיין גלאטיג

💬 0
ד׳ תשרי תשפ״ז · 11:24PM

אפדעיט?

געהערט אז היינט דארף פארקומען א קורט פאר איינע פון די משפחות וואס איז געווארן

💬 1
ה׳ תשרי תשפ״ז · 12:34AM

אויף די אפדעיטס אפטיילונג איז שוין ארויף א באריכט פון דעם

ד׳ תשרי תשפ״ז · 10:43AMברוך

אבינו מלכנו חמל עלינו ועל עוללינו

מיר טארן נישט שווייגן קומט איינער וואס פארקויפט זיך אלדס א מציל ומושיע און ער אביזט די זעלבע נעבעכדיגע מענטשן נאכאמאל פונקט די פארסרחטע קאשוי האט געטראפן די מצוה ביי די צייט וואס זיי אסר'ן צו עסן אונזער פלייש און נאך איין קולט וויל חרוב לייגן די צווייטע קולט

💬 1
ה׳ תשרי תשפ״ז · 3:44AM

ס'נישט ריכטיג צו צוזאמישן די מערכה פון די הייליגע קאשוי רבי זי"ע, מיט די רשעות אין רציחות פון יואל יושע העשיל בלום גרינהויט טייכמאן רעזשים די מלחמה פון קאשוי צדיק אמת זי"ע, איז געווען לשם שמים אין ער האט אזוי פארשטאנען מיט זיין דעת תורה ווידעראום די יעצטיגע בלוט פארגיסונגען אפערירן דורך די רוצחי וגונבי נפשות יואל יושע העשיל בלום ושותפיו

ג׳ תשרי תשפ״ז · 8:52PM

א דאנק פארן אויפוועקן

א גרויסן דאנק פאר אלע וואס טוען פאר די מערכה קעגן די בלוט פארגיסער יואל יושע העשיל בלום גרינהויט טייכמאן רעזשים. איך האב נארוואס געהערט די שוידערליכע רעקארדירונג אויף באריכטן אין אינטערוויאוס אפטיילונג איך האב געמיינט איך פאל צאם!. איך בין נאכאלטס נישט געקומען צו זיך פון שאק

💬 0
ג׳ תשרי תשפ״ז · 10:48AMNujhim

Shabsay

חחחח, זיי האבן שוין געעפנט א גאנצע וועבסייט צו שרייען אויף די עסקנים 😂 איך בין דווקא מיט די עסקנים! 😄

💬 1
ג׳ תשרי תשפ״ז · 3:31PM

יעצט צו לאכן איז נישט קיין חכמה, איך וויל דיך זעהן לאכן ווען דיינע קינדער נתונים לעם אחר ועיניך ראות וכלות עליהם כל היום...... במידה שאדם מודד בה מודדין לו! לב טהור ליידען היינט וועגן טעותים וכד' וואס זיי האבן געטון אמאל! אבער די משנה איז שוין צווח ואומר על דאטפת אטפוך וסוף מטיפייך יטופון. די וועלט איז נישט קיין הפקר! וכל המתחבר לרשע נוטל חלק כיוצא בו ה"י

ג׳ תשרי תשפ״ז · 10:19AM

הערליך!!!

גייטס אן ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט

💬 0
ג׳ תשרי תשפ״ז · 8:50AMנחמן

זייער שיין

איך האב געוויסט אז עס קומט א גוט'ס, אבער אויף אזא גוטע וועבזייטל האב איך מיך שוין נישט געראכטן. גייטס אן ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט.

💬 0
ג׳ תשרי תשפ״ז · 3:44AM

א שרעק

מ'האט קוים גענדיגט שאפן א מיליאן דאלער פאר די בחור וואס זיצט רח"ל אין תפיסה אין א"י. גייט מען אריינלייגן א איד אין מעקסיקא צו שמאכטן אין טורמע? א שרעק! שוין העכסט צייט צו אויפשטיין פון שלאף

💬 2
ג׳ תשרי תשפ״ז · 10:20AM

נאר איין יוד?

ה׳ תשרי תשפ״ז · 2:26AM
ריפליי צו דעם קאמענט

מער פון איינס.. אין נישט מ'גייט אים אריינלייגן נאר אייגענטליך שמאכטעט ער שוין איבער א האלב יאר אין גוואטעמאלע. איינער ווייסט פארוואס ס'איז נישטא קיין פדיון שבוים קאמפיין פאר זיי/אים???

ג׳ תשרי תשפ״ז · 3:42AM

הערליך!

די וועבסייט איז באמת א הערליכע סיסטעם

💬 1
י״ד תשרי תשפ״ז · 1:19AM

Please have the website updated asap!!! So not professional

כ״ו אלול תשפ״ו · 11:47PM

הערה

א קליינע זאך די גרויסע ווערטער "קול יוצא לב טהור" וואס ליגט אויף די 'מעין פעידזש' שטערט צו קענען געהעריג זעהן די בילדער פון די בעק-גראנד יישר כוחכם תזכו למצוות

💬 1
ג׳ תשרי תשפ״ז · 2:59PM

א גרויסן דאנק פאר די פיעדבעק. מיר האפן בקרוב אריינצולייגן א גאנצע ליסטע מיט בילדער אין די ספעציעלע גאלערי אפטיילונג ווי דארטן וועט מען עס קענען זען קלאר מערכת

שעירן

דעת הקהל

שיק דעם בלאט פאר א צווייטן אויף א שנעלע וועג.